Back to top

דירעקציע

You are here

דירעקציע

Gołda Tencer

גאָלדע טענצער – אקטריסע, רעזשיסאָרין, זינגערין און דירעקטאָרין

גאָלדע טענעצר איז געוואָרן די וויצע-דירעקטאָרין פונעם ווארשעווער יידישן טעאטער אין יאָר 2009. זינט 2015 איז זי די דירעקטאָרין פונעם ווארשעווער יידישן טעאטער.

גאָלדע טענצער האָט געענדיקט די טעאטער שול פונעם ווארשווער יידישן טעאטער אין יאָר 1971. זי האָט זיך געלערנט קולטור לימודים אויפן ווארשעווער אוניווערסיטעט. זי האָט אויך געענדיקט הויכע פארוואלטונג לימודים אויפן ווארשעווער אוניווערסיטעט און מעדיע לימודים אויף דער אקאדאמיע פון וויזועלער קונסט אין ווארשע.

גאָלדע טענצער האָט שוין אלס קינד געשפּילט אינעם "פּאָוושעכנע טעאטער" אין לאָדזש. זי האָט געענדיקט די לאָדזשער י. ל. פרץ שול. אין יאָר 1969 איז זי געקומען קיין ווארשע און האָט דעביוטירט אין דער ראָלע פון צינע אין פרץ הירשביינס גרינע פעלדער וואָס שמעון שורמיעי האָט רעזשיסירט.

גאָלדע טנעצער האָט געשאפען א ריי אומפארגעסלעכע קלאַסישע און הײַנטצייקע ראָלעס פונעם יידישן רעפערטואר. צווישן זיי: גיטל אין אנ-סקיס דיבוק (רעזשי: חבל בוזגאן, 1970), חוה אין שלום עליכמס טוביה דער מילכיקער (רעזשי: חבל בוזגאן, 1970), ביילקע אין שלום עליכמס דאָס גרויסע געווינס (רעזשי: יעקב ראָטבאום, 1972), גיטל און לאה אין אנ-סקיס דיבוק (רעזשי: שמעון שורמיעי, 1973), דבורה אין איזאק באבעלס אונטערגאנג (רעזשי: אנדזשיי וויטקאָווסקי, 1976), אשיא אין מארעק גראָנסקיס פּלאנעטע רא (רעזשי: וואלדעמאר קריגער, 1979), אָראָרא אין סאמי גראָנעמאנס ווער איז ווער (רעזשי: יוליוש בערגער, 1980), שרה בת-טובים אין אנ-סקיס דיבוק (רעזשי: שמעון שורמיעי, 1990), באָבע יאכנע אין גאלדפאדענס חלום לויט גאלדפאדענען (רעזשי: לענא שורמיעי, 2006), פערלע אין שלום עליכמס מאריענבאד (רעזשי: מאטשיי ווויטישקא, 2013).

גאָלדע טענצער האט באארבעט און רעזשיסירט א ריי פיעסעס אינעם ווארשעווער יידישן טעאטער. צווישן זיי מרדכי געבירטיג – דער גאליציאנער טרובאדור (1992), איציק מאנגערס דער נס פון פּורים (2002), שלאגער (2006), א שטום געוויין (2006), מזל טוב (2013), יצחק קאצענעלסאָנס אלי אלי (2016), אידא לויט הענריק גרינבערגס מיין טעאטער .(2018)

זי האָט אויך רעזשיסירט אינאיינעם מיט שמעון שורמיעי יצחק קאצענעלסאָנס דאָס ליד פונעם אויסגעהרגטן יידישן פאָלק (1986), יוליאן טובימס מיר פוילישע יידן (1993), הירש גליקס די באלאדע פונעם ברוינעם טעאטער (1997), א הויז אויף דער נאלעווקי גאס (2000), און באָנזשור מעסיע שאגאל .(2009)

גאָלדע טענצער האָט צוזאמענגעארבעט מיט א ריי פּוילישע קינסטלערס לטובת דעם יידישן טעאטער. זי האָט אנגאזשירט א ריי בארימטע פּוילישע רעזשיסאָרן אין איר טעאטער. צווישן זיי: פּיאָטר טשיעפּלאק (איציק מאנגערס דאס בוך פון גן עדן, 2010), מיכל זאדארא (איין טויזנט זעקס און זעכציק לויט יצחק באשעוויס זינגערס דער שטן אין גאָריי 2011), מאיא קלעטשעווסקא (דער דיבוק), 2015, דער געמאָלטער פויגל לויט יעזשי קאָשינסקי, 2017 און דער גולם (2017), מָאניקא סטשעמפּקא (פאוועל דעמירסקיס לעבן א גוטן טאָג איז די בעסטע נקמה, 2016), אנא סמאָלאר (מיכל בושעוויטשעס יידישע אקטיאָרן (2015) און א פאָר פרעמדע ווערטער אויף פויליש 2018ׁ), מיכל בושעוויטש (מיכל בושעוועטישעס און סעבאסטיאן קרישאקס פוסבאל פאטריאָטן, 2017) און יענדזשיי פיאסקאָווסקי (וועראָניקאס מורעקס וויערא גראן, 2017).

גאָלדע טענצער האָט געשפילט אין א ריי פּוילישע און אויסלענדישע פילמען, צווישן זיי: דער נעקראָלאָג סאנאטאָריע (יעזשי האס ׂ1973, דוד (פיטער ליליענטאל 1979, מזרח דייטשלאנד), אָסטעריא ׁ(יעזשי קאוואלעראָוויטש 1982) מלחמה און ליבע משה מזרחי 1985, אמעריקע), אלעס אויף צוקער (דניאל לוי 2004, דייטשלאנד), רעצעפט פאר ליבע ׁ(כארגא פאפאוואסיליו 2007, דייטשלאנד).

גאָלדע טענצער האָט אויך געשפילט אין א ריי טעלעוויזיע פילמען און פילם-סעריעס אזוי ווי אין א ריי מוזיקאלישע אָווענטן. צווישן זיי: קאָמעדיאנטן (רעזשי: סטעפאן שלאכטיטש, 1979), שטערן אויפן דאך (רעזשי: יעזשי גרוזא, 1979), דאָקטאר מורעק (רעזשי וויטאלד לעשעוויטש, 1979), האָטעל פּאָלאנד און זיינע געסט (רעזשי: הארסט זעמאן, 1982), מלחמה ווינטן (רעזשי דן קערטיס, 1983), מיין שטעטעלע בעלז און אנדערע לידער (רעזשי: בארבארא באריס-דאמיענסקא, 1987), דער דיבוק (רעזשי אגניעשקא האָלאנד, 1999).

גאָלדע טענצער האט אויך רעזשיסירט פאר דער טעלעוויזיע א ריי פּיעסעס וואָס דער יידישער טעאטער האט געשפּילט. צווישן זיי: דאָס ליד פונעם אויסגעהרגטן יידישן פאָלק (אינאיינעם מיט שמעון שורמיעי, 1993), דאָס הויז אויף דער נאלעווקי גאס (אינאיינעם מיט שמעון שורמיעי 2000), רײַזע דאָקומענט (אינאיינעם מיט מאגדאלענא לאזארקעוויטש 1998).

אין יאָר 1988 האָט זי רעקאָרדירט א פּליטע פון יידישע לידער מיטן טיטל מיין שטעטעלע בעלז. די פּליטע האט געהאט א גרויסן דערפאלג אין פּוילן און אין אויסלאנד. גאָלדע טענצער איז פארבעטן געוואָרן אויף קאָנצערטן אין ישראל, מזרח-דייטשלאנד, האָלאנד און אמעריקע.

גאָלדע טענצער האט געהיט און געשטיצט די יידישע פאָלקס ירושה אין פּוילן. אין יאָר 1988 האט זי געגרינדעט די פונדאציע שלום. זי האָט געגרינדעט דעם זינגער פעסטיוואל אין ווארשע אין יאָר 2003 וואָס קומט פאָר עד היום. זי האָט געגרינדעט די לאודער מורשה שול אין ווארשע. אינאיינעם מיט פּראָפעסאָר יאדוויגא בינטשיצקא האָט זי איניציירט דעם יאנוש קארטשאק דענקמאָל אינעם צענטער פון ווארשע אזוי ווי דעם אָנדענק טאָוול פאר די 1968 פארטריבענע אויפן גדאנסקער וואָקזאל.

א דאנק אירע באמיונגען ווערט די יידישע קולטור אין פּוילן פארשפרייט אין דער ברייטער עפענטלעכקייט. צווישן אירע איניציאטיוון: דער קאָנקורס וועגן דער פוילישער יידישער קולטור, דאס ארויסגעבן פון פארשיידענע ביכער. צווישן די ביכער: די געשיכטע פון די פוילישע יידן פאר און בשעת דעם חורבן, קיין שום מתנה – די לידער פון וויסלאווא שימבאָרסקא אין פינעף שפראכן צווישן זיי אין יידיש. גאָלדע טענצער איז געווען די קוראטאָרין פון דער אויסשטעלונג תמיד זע איך זייערע פנימער. די אויסשטעלונג וואָס באשטייט פון בילדער פון פּוילישע יידן פאר דער מלחמה איז געוויזן געוואָרן אין דרייסיק לענדער, צווישן זיי אמעריקע, פראנקרייך, מעקסיקע, קאנאדע, שפּאניע, ליטע, ארגענטינע און קאָסטעריקע. גאָלדע טענצער האָט אָרגאניזירט די קאָנצערטן ביי די טרויער אקאדעמיעס אין אָנדענק פונעם אויפשטאנד אין ווארשעווער געטאָ אין 2013 און אין 2008. זי האָט איינגעלאדן דעם וועלט בארימטן דיריגענט זובין מעטא מיטן ישראלדיקן סימפאָנישן אָרעקסטער אויף די טרויער אקאדעמיעס.

אין יאָר 2015 האט זי אויפגעטראָטן ביים פעסטיוואל פון טעאטער לידער אין ווראָצלאוו.

גאָלדע טענצער האָט באקומען א ריי מעדאלן און אויסצייכענונגען פאר אירע דערגרייכונגען אויפן געביט פון יידישן טעאטער און דער יידישער קולטור אין פּוילן און אין אנדערע לענדער. צווישן זיי דעם גאָלדנעם הארף אין יאָר 1983. פּאָלאָניא רעסטיטוטא אָרדן אין 2002, מעדאל פאר טאלעראנץ אין 2006 גאָלדענער מעדאל גלאָריא ארטיס אין יאָר 2009, אָרדן פון דער שטאָט ווארשע, 2014, פּראמאזאָוויע מעדאל 2015.