דער ווארשעווער יידישער טעאטער

You are here

דער ווארשעווער יידישער טעאטער

 

אין 1949 האָבן זיך פאראייניקט צוויי יידישע טעאטערס: דער נידערשלעזישער יידישער טעאטער אין ווראָצלאוו און דער לאָדזשער יידישער טעאטער. אויף אזא אופן איז געשאפן געוואָרן דער מלוכישער יידישער טעאטערדער מלוכישער יידישער טעאטער האָט געשפּילט אין ביידע שטעט און האָט גאסטראָלירט איבער גאנץ פוילן ביז 1955. אין 1955 האָט דער יידישער מלוכישער טעאטער זיך אריבערגעצויגן קיין ווארשע א דאנק דער איניציאטיוו פון אידא קאמינסקא. ביז 1970 איז דער בנין פון טעאטער געווען אויף דער קרולעווסקא גאס נומער דרייצן. אין 1970 האָט ער זיך אריבערגעצויגן אין זײַן נײַעם בנין אויפן גזשיבאָווסקי פּלאץ. אין 1968 האָבן א סך אקטיאָרן מיט אידא קאמינסקא בראש עמגירירט פון פוילן. די סיבה איז געווען די אנטי ייִדישע רדיפות פון דער דעמאָלטיקער קאָמוניסטישער רעגירונג. במשך פון איין יאָר איז יוליוש בערגער געווען דער דירעקטאָר פונעם טעאטער. זינט 1969 ביז 2014, דער דירעקטאר און קינסטלערישער לײַטער פונעם טעאטער איז געווען שמעון שורמיעי. זינט 2015 איז גאָלדע טענצער די דירעקטאָרין פונעם טעאטער.

אין 2016 האָט דער טעאטער אָנגעוווירן זיין זיצאָרט אויפן גזשיבאָווסקי פּלאץ און האָט געמוזט זיך אריבערציען אין א צײַטווײַליקן זיצאָרט אויף דער סענאטאָרסקע גאס נומער 13. דער טעאטער שפּילט אין פארשיידענע זאלן ווי דער גארניזאָן קלוב, נאָווי טעאטער, טעאטער פּאָלסקי, סטודיאָ א. טעעם און אויך ביי זיך, אינעם קליינעם זאל אויף דער סענאטאָרסקע גאס.

זינט זיין אָנהייב האָט דער טעאטער געהאט דרײַ ריכטונגען. די ערשטע ריכטונג איז די קלאסישע יידישע דראמאטורגיע: פּיעסעס פון אברהם גאָלדפאדען, יעקב גאָרדין, שלום עליכם, יצחק לייבוש פרץ, אנ-סקי און שלום אש. די צווייטע ריכטונג פארנעמט זיך מיט פּיעסעס אין אנדערע שפּראכן וואָס האָבן צו טאָן מיט יידישע טעמעס. שרייבערס ווי ארטור מילער, איזאק באבעל און איליא ערענבורג געהערן צו דער דאָזיקער קאטעגאָריע. די דריטע ריכטונג אָדער קאטעגאָריע זענען לײַכטע מוזיקאלישע אויפפירונגען און קאבארעט אָוונטן.

דער יידישער טעאטאר אויפן נאָמען פון אסתר רחל און אידא קאמינסקא איז דער איינציקער יידישער טעאטער אין פּוילן. עס איז דאָ בלויז נאָך איין יידישער טעאטער אין אייראָפּע. זינט יולי 2012 איז דער טעאטער פארבונדען מיטן צענטער פון יידישער קולטור אין ווארשע.

אסתר רחל קאמינסקא 1817-1925

אסתר רחל קאמינסקא, די מאמע פון יידישן טעאטער, איז געווען די טאָכטער פון א פּאָראָזווער חזן. זי איז געקומען קיין ווארשע אלס א יונג מיידל און האָט געארבעט אין היטלען און פּאפיראָסן פאבריקן. אין 1892 האָט זי געשפּילט איר ערשטע טעאטער ראָלע. אין אָנהייב האָט זי געשפּילט אין אָפּערעטעס און לייכטע קאָמעדיעס. שפּעטער האָט זי זיך קונה שם געווען מיט ערנסטע ראָלעס אין פיעסעסע ווי נאָרא )איבסען ,(די דאמע מיט די קאמעליעס) דימא( טערעזע ראקען (זאָלא) און אנדערע. במשך פון לאנגע יאָרן האט זי געשפּילט אין טרופּעס אָנגעפירט פון איר מאן, אברהם קאמינסקי. אין 1913 האָט זי געגרינדעט איר אייגענם טעאטער. אסתר רחל קאמינסקא האָט געשפּילט אין אמעריקע, ענגלאנד, פראנקרייך און רוסלאנד. זי האָט געשפּילט אין עטלעכע שטומפילמען ווי מירעלע אפרתדער אומבאקאנטערדי שטיפמוטערדי שחיטה און תקיעת כף.איר אהל געפינט זיך אויפן יידישן אָקאָפּאווער בית-עולם אין ווארשע.

שמעון שורמיעי 1923-2014

אקטיאָר, רעזשיסאָר, דראמאטורג. א באוווסטער יידישער און פּוילישער כּלל-טוער.

שמעון שורמיעי איז געבוירן געוואָרן דעם אכצנטן יוני 1923 אין לוצק, וואָלין. בשעת דער צווייטער וועלט-מלחמה איז ער פארשיקט געוואָרן אין א סאָוועטישן ארבעטס לאגער. שפּעטער איז ער געווען א סטודענט אין א טעאטער שול אין אלמע-אטע, קאזאכסטאן. שמעון שורמיעי האָט זיך אומגעקערט קיין פּוילן אין 1946. געארבעט אינעם ברעסלויער טעאטער פאָלסקי, אלס אקטיאָר און רעזשיסאָר אין די יאָרן 1952-1955. שורמיעי איז געווען דער קינסטלערישער לייטער פונעם אָפּאָלער טעאטער אין די יאָרן 1955-1956. קינסטלערישער לײַטער פונעם נידערשלעזישן טעאטער אין ברעסלוי פון 1956 ביז 1962.

ער האָט אויך רעזשיסירט אין פארשיידענע טעאטערס, צווישן זיי דער יידישער מלוכישער טעאטער און דער טעאטער ראָזמאיטאָשטי אין ברעסלוי. זינט 1969 ביז זיין פּטירה איז ער געווען דער דירעקטאָר פונעם יידישן מלוכישן טעאטער.

שמעון שורמיעי האָט געשפּילט און רעזשיסירט דעם גאנצען רעפּערטואר פון דער ייִדישער דראמאטורגיע. ער האָט רעזשיסירט אן ערך פופציק פּיעסעס. צווישן זיי: גאָט מענטש און טײַוול) יעקב גאָרדין( צווישן פאלנדיקע ווענט, דער דיבוק, ביינאכט אויפן אלטן מארק, טויט פון א קאמי-וואיאזשאָר, שטערן אויפן דאךדי גאָלדגרעבערבלאָנדזשענדע שטערןס'איז געשען א נס,צווישן טאָג און נאכטאבי מען לעבטטראדיציעבאָנזשור מעסיע שאגאל און אנדערע.

שמעון שורמיעי איז געווען א פילפארביקער אקטיאָר. ער האָט זיך אויסגעצייכנט סײַ אין קאָמישע סײַ אין לירישע און דראמאטישע ראָלעס.

זײַנע באליבסטע ראָלעס זענען געווען: ווילי לאָמען אין ארטור מילערס טויט פון א קאָמי-וואיאזשאָר האָצמאך אין שלום עליכמס בלאָנדזשענדע שטערן, דער מיראָפּאָלער צדיק אין אנ-סקיס דיבוק און מענדל קשיק אין באבעלס אונטערגאנג.

שמעון שורמיעי האָט געשפּילט אין א לאנגע ריי פילמען, סײַ פוילישע סײַ אויסלענדישע. ער האָט געשפּילט אין אָסטעריא און טויט פון א פּרעזידענטן ביידע פילמען פון יעזשי קאוואלעראָוויטש, אין די טעלעוויזע סעריע יאנאָשיק פון יעזשי פאסנדאָרפער, מיין קריג מיין ליבע פון יאנוש נאספעטער אזוי ווי אין מלחמה ווינטן פונעם באוווסטן אמעריקאנער רעזשיסאָר דן קערטיס.

שמעון שורמיעי איז געווען טעטיק אין א ריי וויכטיקע פּוילישע און אינטערנאציאָנאלע יידישע אָרגאניזאציעס. ער האט געפּועלט לטובת פּוילן אויף דער אינטערנאציאָנאלער פּאָליטישער ארענע. ער האָט באקומען אן ערן מעדאל פון דער דײַטשישער מלוכה. שמעון שורמיעי האָט באקומען די העכסטע פּוילישע און אויסלענדישע אָרדנס פאר זיין קינסטלערישער און געזעלשאפטלעכער ארבעט. צווישן זיי: פּאָלאָניא רעסטיטוטא(1993) , דעם פראנצויזישן לעזשיאן דאָנער (2001), און דעם גאלדענעם גלאָריא ארטיס אָרדן (2005).